ספרינג וועלי ווילעדזש דארף ווערן פארמאכט!
ס'איז צייט פאר א טויש, תושבי ספרינג וועלי שרייען שוין פאר א לאנגע צייט אז ס'איז באו מים עד נפש, צובראכענע סיידוואלקס, צוהאקטע גאסן, שנייעדיגע גאסן, הויעכע טעקסעס, וויפל איז די שיעור?
מען שרייט שוין פאר יארן אז מען דארף פארמאכן דעם ווילעדזש, יעצט האבן מיר אן היסטארישן געלעגנהייט אז דאס זאל געשעהן, מיר דארפן יעדן איינעמ'ס הילף, יעדער וויל דאס, מיר האבן שוין געהאט גענוג פונעם ווילעדזש, יעצט איז אונזער געלעגענהייט!
לאמיר דאס מאכן געשעהן, דאס וועט זיין א טובת הכלל און א טובת הפרט פאר יעדן איינציגן איינוואוינער אין ספרינג וועלי, ובשם ה' נעשה ונצליח!
